אין רוסלאנד איז געשטארבן סטאניסלאוו פעטראוו, נישט אזא באקאנטער מענטש און נישט קיין וועלט פירער, אבער א דאנק זיין איינגעהאלטנקייט האט ער פארמיטן עפעס וואס וואלט געקענט פארניכטן גרויסע טיילן פון די וועלט. געווען איז דאס אין 1983 אין ברען פונעם קאלטן קריג, סטאניסלאוו איז דאן געווען א אפיציר אין די אפטיילונג פון די ראדארן פון די רויטע ארמיי, ער האט באקומען צייכנס פון די ראדארן אז אמעריקע האט ארויסגעשיקט 5 אטאמישע מיסילס וועלכע זענען אויפ׳ן וועג קיין מאסקווע, און אז עס פארלאנגט זיך א קאנטער אטאקע. סטאניסלאוו האט אפגענויגט פון די פראטאקאל וואס וואלט אים פארלאנגט צו שיקן ווייטער די באריכט, נאר האט אנשטאט דעם איינגעשטעלט זיין לעבן און אנגענומען אז עס האנדלט זיך פון א פאלשע ווארנונג און נישט געשיקט ווייטער דעם ווארנונג, ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז עס געווען צוליב א טעכנישע פראבלעם אין די ראדארן.

בילד: פארשוין וועלכער האט ״געראטעוועט די וועלט״ איז געשטארבן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל