באגאטע – די רעגירונג אין קאלאמביע און די סאמע לעצטע פארבליבענע גרויסע רעבעלן גרופע, האבן נעכטן אונטערגעשריבן א שטילשטאנד אפמאך, געצילט צו בארואיגן די סיטואציע איידער דער קאטוילישער פויבסט פראנציס וועט באזוכן דאס לאנד די וואך. די קאלאמביער רעגירונג האט אין די לעצטע יארן באוויזן צו אנטוואפענען אלע גרויסע אנטי-רעגירונג באנדעס, און בעיקר איז געווען די מאנומענטאלע געשעעניש מיט עטליכע מאנאטן צוריק, ווען די "פארק" רעבעלן האבן אראפגעלייגט זייערע וואפנס קעגן דער רעגירונג, אין אויסטויש אז מ'וועט זיי לאזן פארמירן א געהעריגע פאליטישע פארטיי און ארויסשטעלן קאנדידאטן פאר פאזיציעס. אצינד האט מען געשאפן א שטילשטאנד מיט דער "נאציאנאלער ליבערעישאן ארמיי" רעבעלן גרופע, וואס דערווייל איז עס טאקע בלויז צייטווייליג, אבער עס ווערט באטראכט אלס א וויכטיגע ערשטע טריט, און די רעגירונג וועט ווייטער קאנפערירן מיט די רעבעלן, אז זיי זאלן פערמאנענט זיך אויפלעזן.

בילד: קאלאמביע אפמאך מיט לעצטע רעבעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל