אויטאריטעטן אין אינדאנעזיע האבן עוועקיואירט איבער 75,000 איינוואוינער אויף דעם אינזל באלי אויס זארג פון א וואולקאן וועלכע האלט ביים אויפרייסן, די אויטאריטעטן האבן עוועקיואירט אלע איינוואוינער פון די 7 מייל ארום דעם בארג, און וועלן אנגיין מיט ווייטערדיגע עוועקיואציעס, די בארג טוט אין די לעצטע טעג שטארק טרייסלן, אן אנדייטונג אויף א וואולקאן וואס דערנענטערט זיך. דאס לעצטע מאל וואס די בארג האט אויפגעריסן אין 1983 האט דאס אומגעברענגט 1,100 מענטשן, און די לאווע איז געפלאסן הונדערטער מיילן ביז צום הויפטשטאט דשאקראטא. עס איז שווער צו פאראויסזאגן ווי ווייט די יעצטיגע אויפרייס וועט זיין און ווי גרויס עס וועט זיין די שטח וואס וועט עפעקטירט ווערן, און הונדערטער מיילן פון אגריקולטור קענען רואינירט ווערן פון אזא אויפרייס.

בילד: 75,000 בירגער עוועקיואירט אין אינדאנעזיע צוליב וואולקאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל