באאמטע אין טעקסאס זאגן אז די צאל טויטע אין די פארפלייצונגען פון האריקעין הארווי שטייט ביי 60, ארויף פון די ביז יעצטיגע אפיציעלע צאל פון 40, דאס קומט נאכדעם וואס די רעטונג אגענטורן גייען ארום טיר ביי טיר צו באהאנדלן געליטענע און טרעפן געשטראנדעטע. די מערהייט פון די אומגעקומענע זענען אזעלכע וואס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו אנטלויפן פון די שטייגנדע וואסערן און זענען געבליבן געשטראנדעט אינדערהיים, און א טייל פון זיי אזעלכע וואס זייערע קארס זענען פארשוועמט געווארן אויפ׳ן שאסיי, דאס רעכנט אריין א גאנצע פאמיליע מיט 6 מיטגלידער.

דאס רעכנט אויך אריין מענטשן וואס זענען געשטארבן אלס רעזולטאט פון קאמפליקאציעס וואס דער שטורעם האט געברענגט און נישט בלויז פון די פארפלייצונגען זעלבסט, אריינגערעכנט ארום 4 טויטפעלער פון פאלנדע ביימער, און עטליכע טויטפעלער וואס איז געקומען צוליב דאס אויסשאלטערונג פון עלעקטעריציטעט און אזוי ארום פארמיטן צוטריט צו לעבנסוויכטיגע מאשינען א.ד.ג. און אזוי אויך טויטפעלער וואס האבן פאסירט צוליב דעם וואס רעטונג באאמטע האבן געהאט שוועריגקייטן צו צוקומען צו געוויסע געגענטער.

בילד: צאל אומגעקומענע אין האריקעין הארווי שטייט מאמענטאל ביי 60

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל