א סודאנער אימיגראנט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן נאכ׳ן פרובירן צו דורכפירן א מאסן שיסעריי אין א קירכע אין טענעסי, אימאנועל סעמסאן איז אנגעקומען צום קירכע נעכטן פארמיטאג און געעפנט פייער און דערמארדעט א פרוי און האט זיך געוואנדן צו אריינגיין אינעווייניג אינעם קירכע אבער ער איז פיזיש בלאקירט געווארן דורך א וועכטער וועלכער האט זיך געראנגעלט מיט אים, ער האט אבער באוויזן צו שיסן און ארום 6 אנוועזנדע האבן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג, און דער וועכטער געפונט זיך אין א שווערע צושטאנד. סעמסאן האט פרובירט זיך צו אליין שעדיגן אבער ער איז בלויז לייכט פארוואונדעט געווארן, און ער וועט אויסשטייט מארד קלאגעס. און אזוי אויך האט די יוסטיץ דעפארטמענט געעפנט א ציווילע רעכטן אויספארשונג צו דערגיין אויב ער איז מאטיווירט געווארן פון ראסיסטישע מאטיוון.

בילד: איינער אומגעקומען און 6 פארוואונדעט אין שיסעריי אין א קירכע אין טענעסי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל