מעלבוירן, אויסטראליע - נוצן "פראביאטיקס" צו באהאנדלען קינדער וועלכע זענען אלערגיש צו "פינאטס", האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן בס"ד אויפ'ן לענגערן טערמין.

די באהאנדלונג איז געבליבן אפעקטיוו מיט פיר יאר שפעטער, ביי 70% פון די קינדער וועלכע האבן עס באקומען, לויט א קלענערע שטודיע אנגעפירט דורך די "מורדאק קינדער פארשונג אינסטיטוציע" אין מעלבוירן, אויסטראליע.

די מגיפה פון "עסן-אלערדזשיס" האט זיך דראמאטיש פארערגערט אין די לעצטע צענדליגער יארן, איבערהויפט אין מערב-וועלט לענדער. 'פינאט-אלערדזשי' איז פון די שעדליכסטע, ברענגענדיג די מערסטע טויטפעלער.

250 מיליאן מענטשן איבער די וועלט ליידן דערפון און א היילונג דערצו איז א שטארק געזוכטער ארטיקל. די אויסטראלישע באהאנדלונג ברענגט אצינד האפנטליך די וועלט נאנטער צו א דורכברוך, בעסער ווי סיי ווען.

די באהאנדלונג וואס מען האט גענוצט פאר די קינדער איז גאנץ א גרינגע, און רואיג און באקוועם אפילו פאר יונגע קינדער - פשוט'ע טאבלעטן וואס מען נעמט אין מויל.

די טאבלעטן זענען צוזאמגעשטעלט פון ' א געוויסע 'פראביאטיק (Lactobacillus rhamnosus) וואס איז שוין פון פריער באקאנט ביי פארשער אלס גאר הילפבאר צו פארמיידן "אלערדזשי" סימפטאמען, און א געוויסע 'פראטין' פון 'פינאטס'.

קינדער וועלכע האבן טעגליך גענומען דעם טאבלעט במשך 18 חדשים, קענען נאך היינט, מיט פיר יאר שפעטער, עסן 'פינאטס' אן קיין שום אלערדזשיק-רעאקציע.

אנווייזונגען פאר פינאט-אלערדזשי ליידנדע, האבן זיך בכלל דראמאטיש געטוישט אין די לעצטע יארן.

בדרך כלל רעקאמענדירן דאקטוירים מער נישט צו פארמיידן פינאטס ביי קינדער, און עס ווערט שוין היינט דערקלערט אלס פארזיכערט צו געבן פאר קינדער פון 6 חדשים און עלטער, אויב קיינער אין די משפחה ליידט נישט פון אלערדזשיס אדער עקזימע.

קינדער וועלכע פארמאגן נאנטע קרובים אלערגיש צו פינאטס, אדער זענען פאר סיי וועלכע סיבה מער אויסגעשטעלט צו זיין אלערגיש, דארף מען איבערשמועסן מיט'ן דאקטאר פאר מען געבט זיי די ניסלעך. און, דערמאנען דאקטוירים, קיינמאל זאל מען נישט געבן 'גאנצע' ניסלעך פון סיי וועלכע סארט פאר קינדער אונטער 5 יאר, וויבאלד זיי קענען זיך חלילה דערשטיקן.

בילד: הערליכע רעזולטאטן געזען ביי "פראביאטיק טעראפי" צו באהאנדלען פינאטס-אלערדזשי, אפילו 4 יאר שפעטער

פראבאיאטיקס

"פראבאיאטיקס" זענען פיצינקע לעבעדיגע ארגאנען וועלכע ברענגען לויט מאנכע, הערליכע געזונטהייט בענעפיטן ווען מען עסט דערפון.

דער ערשטער צו אנטדעקן די געזונטהייט בענעפיטן פון 'פראבאיאטיקס', איז געווען א רוסישער זאאלאג אלי מעטשניקאוו, וועלכער האט געוואונען דעם "נאבל-פרייז" פאר זיינע לייסטונגען צו פארבעסערן דאס געזונט פון מענטשליכן 'אימיון סיסטעם'. ער האט גע'טענה'ט אז די בולגאריע-פויערן געניסן פון א זעלטענע אריכות ימים, בלויז וויבאלד זיי עסן אסאך 'יאגורט' - א מאכל רייך אין פראבאיאטיקס.

טראץ די פילצאליגע בענעפיטן וועלכע ווערן דורך מאנכע צוגעשריבן צו פראבאיאטיקס, ווי רעדוצירן מאגן ווייטאג, פארבעסערן פארדייאונג, היילן עצירות, באשיצן קעגן פארקילעכץ און נאך אסאך, איז עס אבער נישט באשטעטיגט דורך געווענליכע סייענטיפישע באווייזן און לויט די פעדעראלע רעגירונג פארבאטן צו אנאנסירן אלס אזעלכעס.

אין אויסנאם זעלטענע פעלער קענען פראבאיאטיקס שאפן געוויסע אומגעוואונטשענע נאכפאלגן און צומישענישן צווישן גוטע און נישט גוטע 'באקטעריע' אין מאגן, אבער געווענליך איז עס אנגענומען אלס העכסט פארזיכערט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל