טיילמאל דוכט זיך אונז אז די וועלט האט זיך געריקט גאר פאראויס און די אוממענטשליכע פראקטיצירונג פון קלאפעריי איז א זאך וואס באלאנג אין די ווייטע פארגאנגענהייט אבער א פרישע באריכט צייגט אז עס געפונען זיך היינט פיללייכט מער שקלאפן ווי סיי ווען אין די היסטאריע, אזויפיל ווי 40 מיליאן מענטשן איבער די וועלט זענען פארשקלאפט, און איין פון יעדע 4 צווישן זיי איז א קינד. ארום 25 מיליאן פון זיי געפונען זיך אין געצווינגענע ארבייטס פלעצער, און ארום 15 מיליאן געפונען זיך אין געצווינגענע הייראטן.

 די באריכטן ארום שקלאפעריי זענען היבש קאנטאווארסיאלע וויבאלד עס זענען דא פארשידענע צוגענג וויאזוי צו פארעמען די קאטעגאריע פון ״מעדערנע שקלאפעריי״ און די לעצטע באריכט איז פון די אינטערנאציאנאלע ארבייטס קאמיטע פון די פעלקער פאראיין און איז אנגענומען דורך גלאבאלע קעפערשאפטן. די גרעסטע טייל פון די פארברעכנס שפילן זיך אפ אין אפריקע, און דאן קומט אזיע און די פאסיפישע לענדער.

די זעלבע באריכט טוט אויך אנגעבן אז איבער 152 מיליאן קינדער איבער די וועלט ארבייטן, טייל פון זיי קעגן זייער ווילן, און ארום 74 מיליאן פון זיי ארבייטן אונטער געפארפולע אומשטענדן וואס קען עפעקטירן זייער געזונט, די באריכט זאגט אז איבער 20 פראצענט פון אלע קינדער אין אפריקע ארבייטן, אין פאבריקן, מינעס, פעלד ארבייט. די באריכט רעכנט מענער ביז די עלטער פון 15 אלס קינדער.

בילד: פרישע באריכט צייגט: 40 מיליאן מענטשן אין די וועלט פארשקלאפט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל