נארט קאראליינע – פאליציי אין שארלעט, נארט קאראליינע האבן געמאלדן אז זיי האבן פארשטארקערט זייער וואך אין די געגנטער וואו עס וואוינען אידישע פאמיליעס, נאכדעם וואס איין אידישע פאמיליע איז געצילט געווארן אין דריי באזונדערע האס אטאקעס. דאס האט פאסירט מיט די אידישע פאמיליע געיל, וועלכע האט געטראפן א האקנקרייץ אויף זייער טיר ביים זיך צוריקקערן פון די תפילות דעם ערשטן טאג ראש השנה. שבת האבן זיי געטראפן אנגעפירקלט די ווערטער "מיר וועלן אייך זען" אויף איינס פון די פענסטערס פון זייער היים, און מאנטאג האט עמיצער אנגעפירקלט די ווערטער "ווייסע מאכט" אין א צימער ביי א קאמיוניטי רום אינעם געגנט, וואס פאליציי גלייבן אז דער דריטער פאל איז אויך געווען געצילט קעגן דער אידישער געיל פאמיליע. די פאליציי וועט באוואכן די אידישע געגנטער אין לויף פון די קומענדיגע פאר וואכן, וויבאלד זייער א סאך מאל ווערן דורכגעפירט אזעלכע סארט האס אטאקעס דירעקט אין די וואכן פון ראש השנה, יום כיפור און סוכות, און די פאליציי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז עמיצער האט דוקא געצילט די געיל פאמיליע ספעציפיש.

בילד: נארט קאראליינע  אידן געצילט 3 מאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל