די מיליטער פון די אסאד רעזשים אינאיינעם מיט די איראנער מיליציעס און די הילף פון רוסלאנד האבן היינט אפגעצייכנט איינע פון אירע שטערקסטע זיגן אין די לאנג פארצויגענע קאמפ פאר די צוקונפט פון סיריע, עס איז געלונגען פאר די אסאד מיליטער צו ברעכן די בלאקאדע וואס אייסיס האט געהאט געלייגט אויף די גאנצע מזרח זייט פון סיריע פון די שטאט דאר-אל-זאהר ביז די גרעניץ פון איראק, א  זאך וואס האט איינגעצוימט די סירישע מיליטער און געגעבן א סטראטעגישע אויבערהאנט פאר אייסיס. די רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט אויסגעלויבט דעם זיג און אונטערגעשטראכן אז רוסישע באמבאדיר שיפן האבן אנטייל גענומען אינעם שלאכט. די זיג קומט נאכדעם וואס די איראקער קרעפטן האבן איבערגענומען די געגנט פון מאסול, א זאך וואס האט אויך צובראכן די לאנגע טערארטאריע וואס אייסיס האט געהאלטן איבער די גרעניץ פון איראק און סיריע. די זיג איז אויך א געווינס פאר רוסלאנד און די אסאד רעזשים קעגן אמעריקע, וויבאלד לויט די פלאן פון אמעריקע האבן זיי געזאלט זיך נעמען צו דעם ראיאן נאכ׳ן ענדיגן די שלאכטן ארום ראקא וואס ציען זיך שוין פאר 3 חדשים.

בילד: גאר שטארקע געווינס פאר אסאד רעזשים ווען מיליטער ברעכט 3 יעריגע בלאקאדע פון אייסיס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל