וואשינגטאן – די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט געשיקט א מעלדונג פאר עלעקשאן באאמטע אין 21 סטעיטס, זיי צו לאזן וויסן אז העקערס האבן געצילט און פרובירט זיך איינצוברעכן אין זייערע סיסטעמען פאראיאר אין די טעג און וואכן בעפאר די 16' פרעזידענט וואלן, אבער ביי רוב פון די פעלער, זענען די העקערס נישט געווען סוקסעספול. די סטעיטס וועלכע זענען געצילט געווארן דורך העקערס, זענען געווען אלאבאמא, אריזאנע, קאלאראדא, קאנעטיקוט, אילינאי, אייאווע, מערילאנד, מינעסאטע, אהייא, אקלעהאמע, פענסילוועניע, ווירדזשיניע, וואשינגטאן און וויסקאנסין. אין זייער נאטיץ, האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן נישט ארויסגעשריבן קלאר אז די העקערס האבן געהאט סיי וועלכע שייכות מיט דער רוסישער רעגירונג, טראץ וואס אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע האט די פעדעראלע רעגירונג יא געהאט קלאר געזאגט אז די העקערס האבן געהאט פארבינדונגען מיט דער רוסישע רעגירונג און רוסישע שפיאנאזש אגענטורן. דער ציל פון דעם נאטיץ וואס די היימלאנד זיכערהייט אויטאריטעטן האבן געשיקט צו די באטראפענע סטעיטס, איז אז זיי זאלן פארשטערקערן זייערע קאמפיוטער סיסטעמען, נישט צו פאלן נאכאמאל אלס קרבן פון ענליכע שריט.

בילד: 21 סטעיטס געווען ציל פון וואל העקערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל