אָלבאַני. — אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי אַרבעט יעצט אויף אַ צוויי-פאַכיגע סטעיט 'ביל' וואָס וועט פאַרשנעלערן דעם דאַטום וואָס די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועט אַריינגיין אין קראַפט אויב די מאָנראָו וויילער וועלן באַשטעטיגן איר פאָרמירונג, און גלייכצייטיג אויך באַרעכטיגן מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט צו נאָך סטעיט הילף פאַר בוי–אויסבעסערונגען פאַר די קומענדיגע 20 יאָר.

ווי באַקאַנט האָט די אָרענדזש–קאַונטי לעגיסלאַטור מיט 2 וואָכן צוריק געשטימט מיט גאָר אַ שטאַרקע מערהייט פון 18 קעגן 3 פאָראויסצורוקן אַ רעפערענדום איבער די שאַפונג פונעם נייעם "טאַון אָוו פּאַלם–טרי", וואס וועט באַשטיין פון די עקזיסטירנדע קרית יואל ווילעדזש מיט נאָך 220 עיקערס פונעם טאַון.

ווי עס קוקט אויס, וועלן די וויילער פון ביידע זייטן באַשטעטיגן די צעשיידונג, אָבער די נייע טאַון וועט נישט אַריינגיין אין קראַפט ביז יאַנואַור 20 ', סיידן עס וועט פארשנעלערט ווערן דורך אַ ספּעציעלן געזעץ, וואָס די קרית יואל ווילעדזש באַאַמטע האָבן פארשפּראָכן צו זוכן אין אָלבאַני. אַ וואָך פאַר די לעגיסלאַטור האָט געשטימט, האָט אַסעמבלימאַן סקאָופיס געמאָלדן, אז ער באַטראַכט צוזאַמענצושטעלן ביידע געזעץ–פאָרשלאַגן אין סטעיט לעגיסלאַטור — צו געבן מער סטעיט הילף פאַר מאָנראָו-וואודבורי און גלייכצייטיג צו פאַרשנעלערן די שאַפונג פונעם נייעם טאַון אויב די רעפערענדום גייט דורך.

סקאָופיס האט געזאָגט די פאַרגאַנגענע וואָך, אז ער ארבעט מיט די שטאַב פון צוויי אַסעמבלי קאָמיטעען אויף אַ 'ביל' וואָס שטעלט צוזאַמען אַ פריערדיגן דאַטום פאַר פּאַלם–טרי מיט אַ פּריאָריטעט וואָס וועט פאַרזיכערן נאָך הילף פאַר מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט איר צו פאַרגיטיגן פאַר אַ גרעניץ ענדערונג מיט קרית יואל. מאָנראָו-וואודבורי באַאַמטע שאַצן, אַז דאָס אַווקענעמען די 56 עיקערס צום נייעם טאַון אין צוגאָב צו די 164 עיקערס וואָס קרית יואל האָט שוין אַנעקסירט פון טאַון–אָוו–מאָנראָו וועט פאַרגרעסערן די דורכשניטליכע היים–אייגענטימער טעקס מיט 21 דאָלער. די צוויי דיסטריקטס האָבן באַוויליגט אַ גרעניץ ענדערונג וואָס וועט אַריינגיין אין קראַפט נאָכדעם וואָס די נייע טאַון ווערט געשאַפן.

סקאָופיס פּלאַנט צו נוצן אַן עקזיסטירנדע פאָרם פון סטעיט–הילף צו בענעפיטירן מאָנראָו-וואודבורי. אונטער דעם געזעץ וואָס ער האַלט אינמיטן אַנטוויקלען, וועט די מאָנראָו-וואודבורי דיסטריקט זיין באַרעכטיגט צו די זעלבע פאָנדן וואָס ניו יאָרק סטעיט גיט פאַר סקול–דיסטריקטס נאָכדעם וואָס זיי ווערן צוזאַמענגעשמאָלצן, זיי צו העלפן באַצאָלן פאַר סיי–וועלכע נאָכפאָלגענדיגע בוי–פּראָיעקטן. די הילף, וואָס צילט צו זיין אַן אינסענטיוו פאַר צוזאַמענשמעלצונגען פון סקול–דיסטריקטס, ווערט געגעבן פאַר אַ פּעריאָדע פון 10 יאָר און קען באַנייט ווערן פאַר נאָך 10 יאָר.

סקאָופיס זאָגט, אז מאָנראָו-וואודבורי וועט נוצן דאָס געלט פאַר פארשידענע געביידע–אויסבעסערונגען וואָס די דיסטריקט פּלאַנט יעצט. ער האָט אויך געזאָגט, אַז ער האָט פאַרבונדן די הילף מיט די פריערדיגע פּאַלם–טרי דאַטום, וואָס קרית יואל ווילעדזש וויל ערלעדיגן אין אָלבאַני. "איך זע די פּאַלם–טרי פאַרשנעלערונג אַלס אַ מיטל אַז די מאָנראָו-וואודבורי הילף זאָל דורכגיין", ער האט געזאָגט.

די דאַטום פאַר פּאַלם–טרי קען פאַרשנעלערט ווערן אויף שפּעט 18 ' אָדער אָנהויב אין 19 '. איין אורזאַך פאַרוואָס פּאַלם–טרי קען נאָכנישט אַריינגיין אין קראַפט, איז וויבאַלד די איינוואוינער פון די צוקונפטיגע טאַון מוזן ערוועלן אַ טאַון–באָורד. אָבער די פּראָצעס פון אויסקלויבן טאַון–פירער מוז האָבן אַ פינף-חודש פּאָליטישע קאַלענדאַר וואָס הויבט זיך אָן ווען קאַנדידאַטן פאַנגען אָן צו זאַמלען פּעטיציעס און ענדיגט זיך מיט אַלגעמיינע וואַלן. וויבאַלד די ק רית יואל פירער פּלאַנען איין רעגירונג פאַר'ן נייעם טאַון און פאַר'ן ווילעדזש דורך פאַראייניגן זייערע גרעניצן, וועט דאָס פאַרלאַנגען אַז קרית יואל זאָל אַנעקסירן די פרישע 56 עיקערס.

סקאָופיס האט געזאָגט, אַז די באַזונדערע סטעיט הילף פון מאָנראָו-וואודבורי וועט זיין זייער גרויס פון סיי–וועלכע שטייער–אייננאַמע וואָס די דיסטריקט וועט פאַרלירן אַלס אַ רעזולטאַט פון די גרעניץ ענדערונג. איבער 10 יאָר, וועט די פאָנדינג ציילן "פילע מיליאָנען דאָלער", האָט ער געזאגט.

בילד: אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל