סענט לואיס – נעכטן נאכט האבן זיך ווידער אנגעהויבן פארמירן מאסן פראטעסטירער אויף די גאסן אין סענט לואיס, מיזורי, שוין צו דער פערטער נאכט אין א צו, נאכדעם וואס א ריכטער האט פרייטאג ריינגעוואשן א ווייסן געוועזענעם פאליציי אפיציר איבער דעם וואס ער האט געשאסן און אומגעברענגט א שווארצן מאטאריסט אין יאר 11'. פאליציי זאגן אז זונטאג איבערנאכט זענען געווען די ווילדסטע פראטעסטן דערווייל, און זיי זענען געווען געצוואונגען דורכצופירן מער ווי 120 ארעסטן, אריינגערעכנט פון וואנדאלן וועלכע האבן אויסגענוצט די פראטעסטן און דעם כאאס אויף צו פלינדערן געשעפטן און שעדיגן פריוואטע פארמעגנס.

אין א קאמישער אנטוויקלונג, האט מען געהערט אז גרופעס פאליציי אפיצירן האבן מאנטאג פארטאגס מארשירט אין די גאסן פון סענט לואיס, נאכ'ן באווייזן צו ברענגען די פראטעסטן אונטער קאנטראל, און די פאליציי אפיצירן האבן געשריגן "וועמענס גאסן? אונזערע גאסן!", וואס דאס איז א סלאגאן וואס די פרא-שווארצע אקטיוויסטן און פראטעסטירער נוצן איבער'ן לאנד אין די לעצטערע מאנאטן.

בילד: 120 ארעסטן ביי מיזורי פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל