די רעפובליקאנער גרייטן זיך צו שטומען פאר די קעיט געזעץ. די קעיט געזעץ רופט פאר שטרענגערע שטראפן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען שוין געווארן דיפארטירט. די געזעץ ווערט אנגערופן 'קעיט', נאך א מיידל 'קעיט' וואס איז גע'הרג'ט געווארן אין 2015, דורך א פריערדיגע-דיפארטירטע אומלעגאלע אימיגראנט.

טראמפ האט דערמאנט קעיט ביי די ראפובליקאנער קאנווענשאן.

טראמפ האט געטוויט א קליפ פון א מיטינג וואס ער האט געמאכט איבער די קעיט געזעץ, ווי עלטערן וואס זייער קינדער זענען געווארן גע'הרג'ט דורך אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען שוין געווארן דעפארטירט, פארציילן זייער ווייטאג.

כאטש וואס די דעמאקראטן זענען יעצט אין א פארטייאישע מוט, איז אבער ערווארטעט איז א חלק דעמאקראטן וועלן שטימען 'יא' פאר די געזעץ.

אנאליסטן זאגן, אז איינמאל די 'קעיט' געזעץ גייט אדורך, וועט די טראמפ אַלגעמיינע פאלעסי איבער אומלעגאלע אימיגראנטן באקומען אסאך מאמענטום.

קרעדיט: זאכליך פון אייוועלט

Image result for KATE LAW


4 Comments

  1. כאטש גיב מיר קרעדיט פאר די באריכט. זאכליך

    ReplyDelete
    Replies
    1. This comment has been removed by the author.

      Delete
    2. איר האט מעגליך נישט באמערקט, אבער מיר האבן געגיבן קרעדיט

      Delete
  2. This comment has been removed by a blog administrator.

    ReplyDelete

Post a Comment

Previous Post Next Post