.
הילערי קלינטאָן איז שוין אָט 70 יאָהר, אָבער עס זעהט נישט אויס ווי זי האַלט ביים פענסיאָנירן. טראָץ איר שווערע דורכפאַל ביי די פאַרלאָפענע וואַלן, קוקט אויס אַז זי האָט נאָכנישט אויפגעגעבן אויף איר פּאָליטישע קאַריערע. נאָך עטליכע וואָכן וואָס זי טוט אָנדייטן אַז זי פּלאַנט צו צוריקקומען אויף די פּאָליטישע אַרענע, האָט זי נעכטן אָפיציעל געגרונדעט איר פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע מיט׳ן נאָמען ״פאָראויס אינאיינעם״ (Onward Together) דערביי נוצנדיג די זעלבע מעסעדזש - און אפילו גראַפישע און וויזיאַלע מיטלען - פון איר קאַמפּיין.

די אָפיציעלע מיסיע פון די אָרגאַניזאַציע - לויט ווי זיי שרייבן - איז ״צו מוטיגען מענטשן צו ווערן פאַרמישט אין פּאָליטיק, און אָרגאַניזירן געמיינדעס צו שטיצן די ריכטיגע קאַנדידאַטן״, און אַזוי אויך צו ״בויען בריקן און קעמפן פאֵר פּראָגרעסיווע ווערדן צו פאַרזיכערן אַ בעסערע צוקונפט פאַר די קומענדיגע דורות״. פולע פון אירע געוועזענע קאַמפּיין שטאַב וועלן אַרבייטן אין די אָרגאַניזאַציע.

אין אַ אימעיל וועלכע קלינטאָן האָט געשיקט צו איר ביישטייערער, האָט זי געשריבן אַז די אָרגאַניזאַציע וועט דינען ווי אַ שירעם-קערפערשאַפט פאַר פולע פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטן גרופעס, און דערביי אויסגערעכנט אַ רייע פּאָליטישע סופּער-פּעקס און אַקטיוויסטן אָרגאַניזאַציעס מיט וועלכע איר נייע אָרגאַניזאַציע וועט אַרבייטן צו פאַרזיכערן אַז זיי זענען אָרגענעזירט עפעקטיוו און האָבן די פינאַנציענאַלע מיטלען צו אָנגיין מיט זייער ארבייט. די ערשטע ציהל איז צו צוריקגעווינען קאָנגרעס אין די בעפאָרשטייענדע 2018 וואַלן.

פאָראויס אינאיינעם


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל