פון ס'שטימט

צובראכענקייט איז א זאך וואס אסאך מענטשען וואלטען געוואלט אויסמיידען, אבער ס'ארבעט נישט ווי זיי ווילען, און ס'טרעפט זיי אן, און נישט נאר ביי זיי נאר ביי יעדעם איינעם, אן קיין אויסנאמען.

מיר ווועלן דא פראבירן אביסל צו אנלעזירן דעם הינזיכט.

ראשית כל, מיר רעדן נישט דא פון א דעפרעסקייט וואס קומעט פאר עפעס א סיבה, וואס כאטשיג די סיבות זענען געווענליך נארישע און זינלאזע - מיט תורה'דיגע אויגן גלעזער - זענען זיי אבער דאך א תירוץ, וואס מ'קען אויף זיי אנווייזען ''דערפאר בין איך נישט פרייליך''.

אבער ס'איז אויך פארהאן א צובראכענקייט וואס קומט נישט פון גארנישט, אן א פארוואס און אן א פארווען לאזט עס זיך אראפ אויף מענטש ווי כאילו מ'האט עם איינגעלאדענט, און ס'קען אמאל זיין א מענטש זאל אפי' האבן גאר א געלונגע טאג, און סוף טאג טרעפט ער זיך מיט א אראפגעלאזטע נאז, ווי גלייך א שווערע פעקל האט יעצט געלאנדעט אויף זיין קאפ, און ער וועט זיך פרעגן ''וואס איז מיט מיר, פארוואס בין איך נישט פרייליך'' אבער ס'וועט עם נישט קיין סאך העלפן, די צובראכענקייט קוקט אויס ווי עס איז ''דא אויף צו בלייבן''.....ל''ע.

די שאלה איז, פון וואס קומעט עס, וואס איז דער אורזאך? און ווי אזוי ווערט מען פטור דערפון? וויאזוי?

דער ענטפער אויף דעם איז א פשוט'ע אבער א אמת'ע. ''ס'איז א נסיון פון הימל''.

דהיינו, דער אויבישטער וויל דיך פשוט אויס פראבירן צו דו וועסט זיין פרייליך אפי' אין אזא מצב צו חלילה נישט, און אנשטאט דיר געבן צרות און אזוי ארום שאפען אז דו זאלסט זיין אין א נסיון, (וואס דאס וואלט געווען דער פשוט'ער וועג צו שטעלן איינעם א נסיון), ווארפט דער בורא כל עולמים ארויף א דיפּרעסיע אויף דיר און אזוי ארום זאלסטו האבען דעם נסיון אהן דארפען באקומען פראבלעמען.

אין קורצן, א וועג צו פראבירן דעם מענטש אן עכטע יסורים. פלא'דיג.

אבער למעשה וואס איז די עצה דערצו?

איז אזוי, מ'דארף ווייזן אז מ'האט געכאפעט דעם טריק, און בלייבן פרייליך.

און אנדערע ווערטער, זאגן פארן רבש''ע, ''טאטע, איך האב געכאפעט די טריק! ס'איז א פשוט'ע(?) נסיון! און דערפאר וועל איך פראבירן צו בלייבען פרייליך מיט אלע כוחות, און איך בעהט דיר העלף מיר, איך זאל זיין אמת'דיג און נישט קיין געמאכטע מעשיות''.

און אויב מ'איז נאך אלץ פארזויערט, דאן זאל מען נוצן ''מילתא דשטותא'' [וואס דאס איז, און ווי אזוי דאס ארבעט, פאר א צווייט מאל].

און האפענטליך וועט זיך דער דערפרעסיע אוועק גיין אזוי ער איז געקומען. אמן כן יהי רצון.

[נ.ב. אויב זענט איהר מחולק מיט סיי וואספארע נקודה, קאמענטירט אונטן]

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל